די צאל אידן איבער דער וועלט באטרעפט מיט איבער צוויי-מיליאן ווייניגער ווי ערב דעם אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה.

די ציפערן, וואס זענען פארעפנטליכט געווארן דורך דער מדינת ישראל 'צענטראלער ביורא פאר סטאטיסטיקס', זאגט אז ערב דעם חורבן האבן איבער דער וועלט געוואוינט 16.6-מיליאן אידן, אין פארגלייך צו די היינטיגע 14.5 מיליאן.

דער גרעסטער קיבוץ פון אידן געפינט זיך היינט אין ארץ ישראל, וואו די אידישע באפעלקערונג באטרעפט 6.44-מיליאן נפשות. די צווייט-גרעסטע אידישע קאנצענטראציע איז אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט 5.7-מיליאן אידן, נאכגעפאלגט מיט פראנקרייך, קאנאדא, און ענגלאנד.

קלענערע קבוצות פון אידן, וואס באטרעפן איבער הונדערט-טויזנט נפשות, געפינען זיך אין ארגענטינע, רוסלאנד, דייטשלאנד, און אוסטראליע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל