אריזאנע – די פעדעראלע דעזיז קאנטראל צענטער זאגט אז זיי האבן אידענטיפיצירט ראומעין לעטוס אלס דער שולדיגער אין אן אי-קאליי פארפעסטיגונג וואס האט זיך אויסגעשפרייט אין די לעצטע פאר וואכן. אלעס אינאיינעם זענען 35 קעיסעס באריכטעט געווארן אין די לעצטע וואכן, אריינגערעכנט אפאר אין ניו יארק און ניו דזשערסי, און 22 מענטשן האבן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג. דער דעזיז קאנטראל צענטער זאגט, אז די אי-קאליי איז געקומען פון געשניטענע ראומעין לעטוס וואס איז געוואקסן אין אריזאנע, און ווארנט מענטשן דערווייל זיך צוריקצוהאלטן פון עסן גרייט-געשניטענע ראומעין לעטוס בכלל, ווילאנג זי דערגייט מער אינפארמאציע.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל