דער פירער פון דער 'איסלאמישער דזשיהאד' טעראר גרופע געפינט זיך אין שפיטאל אין באוואוסטלאזן צושטאנד, און די פרעסע ציטירט געוויסע קוואלן וואס זאגן אז ראמאדאן שאלאך איז פארגיפטעט געווארן.

אין דער צייט וואס די טעראר גרופע טענה'ט אז איר פירער איז פשוט "קראנק צוליב נאטירליכע סיבות," זאגן אבער אנאנימע קוואלן אין דער 'פאלעסטינער אויטאריטעט' אז דער זעכציג-יעריגער שאלאך, וועלכער איז אריבערגעפירט געווארן פון זיין היימשטאט דמשק צו א שפיטאל אין לבנון, איז פאר'סמ'ט געווארן.

דער קוואל אין דער פאלעסטינער אויטאריטעט האט געזאגט, אז לויט זיינע ידיעות איז דער איסלאמישער דזשיהאד פירער, וועלכער איז פאראנטווארטליך אויף א לאנגער ליסטע מיט טעראר אקטיוויטעטן קעגן מדינת ישראל, פארגיפטעט געווארן דורך דעם מדינת ישראל 'מוסד', אדער דורך דעם "שפיאנאזש אגענטור פון א לאנד אין דעם ראיאן," אבער האט נישט געזאגט וועלכעס לאנד.

דער 'איסלאמישער דזשיהאד' איז א טעראר גרופע מיט נאענטע פארבינדונגען צו איראן און סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל