דובאי – די יונייטעד אראב עמירעיטס איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג קעגן קאטאר, זאגנדיג אז קאטארישע מיליטערישע פליגערס האבן באגלייט און זיך איזדיעקעוועט אויף א ציווילן פליגער וועלכע האט געפירט 86 פאסאזשירן פון דובאי קיין באכרעין. די באשולדיגונג קומט אין א צייט וואס א גרופע אראבישע לענדער זענען צעשלאגן מיט קאטאר, און האלטן אין קראפט אן עקאנאמישע, דיפלאמאטישע און טראוועל בלאקאדע קעגן קאטאר. לויט דער עמירעיטס רעגירונג, האבן די פילאטן פונעם ציווילן פליגער געמוזט נעמען געפארפולע מאנעוורעס, אויסצומיידן א צוזאמשטויס מיט די קאטארישע מיליטערישע פליגערס. קאטאר האט נישט קאמענטירט אויף די באשולדיגונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל