א קאנגרעסיאנעלע פאנעל איבער פוד-סטעמפס רעפארם האט באשטעטיגט א רייע רעפארמען וועלכע וועלן האבן א דראסטישע עפעקט אויף דעם פראגראם און לויט א זעלבסשטענדיגע שטודיע וועט עס שניידן פוד סטעמפס פאר ארום 2 מיליאן געניסער צווישן די 40 מיליאן וועלכע זענען יעצט איינגעשריבן אינעם פראגראם.

אונטער די רעפארמען וועט אריינגעשטעלט ווערן שטרענגערע באדינגונגען צו קענען געניסן פון שטיצע, און מען וועט דארפן פארמאגן א דשאב, אדער זיך איינשרייבן אין איינס פון די דשאב טרענירונג פראגראמען וואס די רעפובליקאנער ווילן פארברייטערן. און אן דעם וועט מען נישט קענען באקומען קיין שטיצע, עס וועט זיך פארלאנגען 20 וועכנטליכע שטונדען פון דשאב טרענירונג צו זיין בארעכטיגט פאר שטיצע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל