לאנדאן – דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא באזוכט אין די יעצטיגע טעג אין ענגלאנד, און ער איז דארטן באגריסט געווארן דורך ענווייראמענטאלע פראטעסטירער, וועלכע האבן אויסגעשריגן זייער קעגנערשאפט צו טרודא, איבער דעם וואס ער שטיצט א קאנטראווערסיאלן אויל פייפליין פראיעקט. דער "קינדער מארגען פייפליין" פראיעקט שלאגט פאר צו בויען א גרויסן אויל פייפליין, וועלכע וועט זיך ציען פונעם אלבערטא פראווינץ צום בריטיש-קאלאמביער פראווינץ אין קאנאדע, און טראץ וואס ער איז א ליבעראלער און אן ענווייראמענטאליסט, האט טרודא זיך ארויסגעשטעלט אין שטיצע פונעם פייפליין, זאגנדיג אז ס'וועט ארויסהעלפן די קאנאדישע עקאנאמיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל