אין אנבליק פון דער פינף-יעריגער טרוקעניש וואס הערשט אין ארץ ישראל, האט דאס מיניסטעריום פאר וואסער און ענערגיע געמאלדן וועגן פלענער אויפצושטעלן צוויי פרישע וואסער-רייניגונגס פּלענטס, וואס וועלן העלפן לינדערן דעם וואסער מאנגל אין לאנד.

די ווייניג רעגנס פון די פארגאנגענע עטליכע יאר האבן געברענגט די וואסער רעזערוון צום נידעריגסטן פונקט אין נאענט צו הונדערט יאר, און די פינף עקזיסטירנדע וואסער-רייניגונגס אינסטולאציעס זענען נישט גענוג נאכצוקומען דעם געברויך.

די אינסטולאציעס וועלן נעמען וואסער פונעם מיטלענדישן ים, וואס זענען נישט געאייגנט צום טרינקען, און עס אויסרייניגן און פארוואנדלען אין ריינעם טרונק-וואסער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל