אין בעפארברייטונג צום סאמיט צווישן די צוויי פירער, דשעי-אין מאָן פון סאוט קארעא און קים יאנג  אָן פון נארט קארעא האבן די צוויי צום ערשטן מאל אוועקגעשטעלט א דירעקטע טעלעפאן ליניע צווישן די צוויי פירער, ענליך צום ״רויטן טעלעפאן״ וואס אמעריקע און רוסלאנד האבן געהאט דורכאויס די קאלטע קריג יארן. דאס וועט ערלויבן פאר די צוויי פירער צו אפהאלטן געשפרעכן נאך פאר זיי טרעפן זיך פערזענליך אין א סאמיט וואס איז ערווארטעט צו ווערן אפגעהאלטן סוף  פון דעם חודש. עס איז די דריטע סאמיטע צווישן די לענדער, אבער דאס ערשטע מאל וואס די צוויי פירער טרעפן זיך פערזענליך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל