רעפובליקאנער האבן היינט גענומען ערשטע שריט צו באגרעניצן און לייגן שטרענגערע באדינגונגען פאר די וועלכע ווילן געניסן פון די פוד-סטעמפס פראגראם, און די רעפובליקאנער זענען ווייטער געגאנגען מיט די 2018 פארם ביל וועלכע אנטהאלטן שווערע באגרעניצונגען אויף פוד סטעמפטס.

אונטער די נייע פארשריפטן וועלן ערוואקסענע פון 18 ביז 58 זיין פארפליכטעט צו זיך באטייליגן פאר 20 שטונדען א וואך אין טרענירונג פראגראמען זיי צו העלפן טרעפן א דשאב אויב זיי זענען ארבייטסלאז. און לייגט צו 20 ביליאן דאלער יערליך צו פינאנצירן דשאב טרענירונג איבער אמעריקע פאר ארבייסטלאזע וועלכע ווילן באקומען פוד-סטעמפס.

א אומפארטייאישע קאנגרעסיאנעלע בודשעט קאמיטע האט געשאצט אז דאס וועט שניידן פוד-סטעפמס פון ארום א מיליאן געניסער, און רעפובליקאנער זאגן אז דאס איז בלויז א ערשטע שריט אין א רייע שריט וואס זיי ווילן נעמען צו שניידן וועלפעיר פראגראמען און אריינשטעלן א דשאב אלס פארפליכטונג אויף צו באקומען רעגירונג שטיצע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל