א פאסט-מאן פון ברוקלין איז אפגעפירט געווארן אין תפיסה, נאך דעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט אפגעליפערט טויזנטער שטיקלעך פאסט אין לויף פון אכצן יאר.

אלעקסי גערמאש האט געפילט אז די ארבעט איז צו שווער פאר אים און דער סכום פון קאנווערטן וואס איז אים געגעבן געווארן אפצוטראגן איז צופיל, און האט אין 05' אנגעהויבן רעדוצירן זיין ארבעט דורכ'ן באזייטיגן פון זיין וועגעלע א צאל פאסט.

נאכ'ן באקומען א 'טיפּ' פון עמיצן וואס האט דערציילט וועגן עטליכע זעק פונעם פאסט אמט וואס געפינט זיך פארפאקט אין אן אויטאמאביל, האבן די באאמטע געעפנט אן אויספארשונג וואס האט זיי געפירט צו דער אנטדעקונג, אז גערמאש האט 'באזייטיגט' אזויפיל ווי זיבעצן-טויזנט שטיקלעך פאסט.

דורכאויס דער אויספארשונג האט דער פוילער פאסט-דעליווערי מאן געזאגט אז ער האט זיכער געמאכט אפצוליפערן אלע 'וויכטיגע' קאנווערטן, און האט באזייטיגט בלויז מינדערוויכטיגע פאסט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל