א דענישער טוריסט מיט א היטל מיט דער פאפולערער טראמפ לאזונג, 'מעיק אמעריקע גרעיט עגען', איז באפאלן געווארן דורך צוויי וואנדאלן אין מאנהעטן.

דער אכצן-יעריגער קרבן האט געהאלטן פאר'ן אויפשטייגן אויף א באן אין יוניאן סקווער, ווען צוויי מענטשן זענען אים באפאלן און אראפגעכאפט פון אים דאס היטל.

ווען דער בארויבטער האט פרובירט צוריקכאפן דאס היטל, האט דער צווייטער ארויסגענומען א מעסער און אים געווארנט קעגן פרובירן צוריק באקומען זיין אייגנטום.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל