וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן צוויי פרישע נאמינירטע צום פעדעראל רעזערוו באורד. דער ערשטער נאמינירטער איז ריטשארד קלארידא, א קאלאמביע אוניווערסיטעט עקאנאמיסט, וועלכער וועט דינען אלס וויצע טשעירמאן פון דעם פעדעראל רעזערוו, אונטער טשעירמאן דזשעראום פאועל. די צווייטע איז מישעל באומען, וועלכע איז געווען די קענסאס באנק קאמישאנער די לעצטע צוויי יאר, און זי וועט אנפילן איינס פון די זיבן זיצן פון די פעדעראל רעזערוו באורד. ביידע וועלן דארפן באשטעטיגט ווערן דורכ'ן סענאט פאר זייערע פאזיציעס, אבער עס איז ערווארטעט אז זיי זאלן גרינג באשטעטיגט ווערן, האבנדיג גלענצנדע רעקארדס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל