א וויכטיגע רבני'שע פיגור אין ענגלאנד האט געזאגט, אז מערערע אידן וועלן פארלאזן ענגלאנד אין פאל דער פירער פון דער 'לעיבאר' פארטיי וועט געווינען די פרעמיערשאפט.

די דעקלאראציע האט הרב פנחס גאלדמידט, פרעזידענט פון דער 'קאנפערענץ פון אייראפעאישע רבנים', געמאכט בשייכות די וואקסנדע באשולדיגונגען קעגן דעם לעיבאר פירער, דזשערעמי קארבין, וועגן פערזענליכע אנטיסעמיטישע אנשויאונגען בפרט און בכלל פאר זיין טאלערירן אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס פלאגן דער פארטיי.

די לעיבאר פארטיי איז נישט קיין פנים חדשות צו שנאת ישראל, און א צאל פארטיי-מיטגלידערס האבן אין דער פארגאנגענהייט געמאכט סקאנדאליעזע באמערקונגען וועגן אידן און מדינת ישראל -- אריינגערעכנט דעם יעצטיגן פארטיי-פארזיצער, דזשערעמי קארבין, וועלכער האט באצייכנט די טעראר-גרופעס 'כאמאס' און 'כעזבאלא' אלס "פערזענליכע פריינט."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל