אפצייכענענדיג דעם זיבעציגסטן יארטאג פון אראבישע איינוואוינערס וואס זענען אומגעקומען אין 48' דורך דער ציוניסטישער מיליצעס, האט א באריכט וואס איז דערשינען אויף דער אפיציעלער טעלעוויזיע קאנאל פון דער 'פאלעסטינער אויטאריטעט' געוויזן בילדער פון אידן אין דער בוכענוואלד לאגער און זיי פרעזענטירט ווי אראבישע קרבנות.

דיר יאסין איז געווען אן אראביש דערפל וואס איז געשטאנען ביים אריינגאנג צו ירושלים, וואו די 'גבעת שאול' געגנט געפינט זיך היינט. אין די קאמפן דורכצוברעכן די אראבישע באלאגערונג אויף ירושלים, האבן קעמפערס פון די ציוניסטישע 'אירגון' און 'לחי' מיליצע גרופעס באוויזן אריינצודרינגען אינעם דערפל, וואו צענדליגער אראבישע איינוואוינער זענען אומגעקומען אין הויז-ביי-הויז שלאכטן.

אצינד האט די פאלעסטינער טעלעוויזיע געניצט בילדער וואס דער אמעריקאנער מיליטער האט געכאפט נאכ'ן באפרייען די בוכענוואלד לאגער, און זיי פרעזענטירט אלס אראבישע קרבנות פון יענע קאמפן.

דער זעלבער באריכט האט זיך אויך באניצט מיט בילדער פון פאלעסטינער פליטים לאגערס אין לבנון, אין וועלכע קריסטליכע אראבער האבן אין 982' אויסגע'הרג'עט א צאל מוסולמענישע אראבער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל