צום ווייניגסטנס צוואנציג מענטשן, אריינגערעכנט דער כלה, זענען אומגעקומען און איבער דרייסיג אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ווען א הייראטס-צערעמאניע איז געקומען אונטער אטאקע.

די אנטי-רעגירונג 'הוטי' רעבעל-גרופע האט אנגעווארפן די שולד אויף דער קאאליציע, אין שפיץ פון סאודי אראביע, איז פארמישט אין דער תימנ'ער בירגער-קריג אויף דער זייט פון דער רעגירונג.

א ווארטזאגער פאר דער קאאליציע האט דערקלערט אז דער אינצידענט וועט אויסגעפארשט ווערן, אבער האט אונטערגעשטראכן אז זי צילט קיינמאל נישט במזיד קיין ציווילע בירגער.

די שלאכטן אין תימן צווישן די רעבעלן, וואס ווערן אומאפיציעל געשטיצט דורך איראן, און דער רעגירונג האבן זיך אנגעהויבן אין 11', און זענען נאך מער פארשארפט געווארן אין 15', ווען א קאאליציע פון אראבישע לענדער אין שפיץ פון סאודי אראביע, האבן אנגעהויבן צושטעלן מיליטערישע הילף פאר די רעגירונגס-קרעפטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל