אין לויף פונעם יום טוב האט די אמעריקאנער רעגירונג זיך צוגעקוקט מיט שפאנונג, צו א דראמאטישע אנטוויקלונג אין מעקסיקא, וואו א קאראוואן פון פליטים פון עטליכע צענטראל-אמעריקאנער לענדער האבן זיך גערוקט פאראויס, מיט'ן ציל אריינצוקומען קיין אמעריקע. די באריכטן האבן געלויטעט אז די מיטגלידער אינעם קאראוואן פלאנירן זיך אריינצוברעכן אומלעגאל, אבער זיי האבן קלאר געזאגט אז זיי וועלן אריינקומען לעגאל און בעטן פאליטישע שוץ סטאטוס. פרעזידענט טראמפ האט זיך באקלאגט אז מעקסיקא טוט גארנישט אפצושטעלן דעם קאראוואן, אבער עווענטועל אום דאנערשטאג שביעי של פסח, האט מעקסיקא אינגאנצן אויפגעלעזט דעם קאראוואן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל