אין א שמועס מיט די אחים ליכטענשטיין, געבן זיי איבער די פאלגענדע. אונזער טאטע איז אנגעקומען קיין אמעריקע 65 יאר צוריק, און ער האט געזוכט ארבעט. דעמאָלט איז געווען אויף לי קארנער ראדני, ווי די סאטמארע (רז"ל) בוטשער איז היינט, א קליינע הארדוועיר סטאר. אויך ווי די טיב טוב געשעפט איז יעצט אויף 125 ליע עוועניו, איז געווען א קליינע הארדוועיר געשעפט, און ביידע געשעפטן האבן געהערט פאר צוויי שותפים, צוויי בעלי בתים.

בילד

מיין טאטע האט דארט געטראפן ארבעט, ער איז געווען זייער אן איבערגעבן ארבעטער. נאך צוויי דריי יאר ארבעטן, האט מען אים אריינגענומען אלץ שותף. דעמאלט האט מען אויפגעגעבן די סטאר אויף ליע קארנער ראדני, און דארט האט
אריינגעמופט א עלעקטראנישע סטאר, און עס איז געבליבן נאר די יעצטיגע סטאר אויף 125 ליע.

אבער די סטאר איז דעמאלסט געווען פערטל אין סייז ווי היינט. אויף די רעכטע זייט האט פלאמ'ס אפעטייזונג געהאט דארט א געשעפט, אויף די לינקע זייט איז געווען א ריעל עסטעיט סטאר און בראדי היט סטאר, און נאכדעם איז געווען ר' שלמה ווייס' בעקעריי. מיט די יארן איז פלאמ'ס אוועקגעגאנגען, האט מען צובאקומען פלאץ אויף די רעכטע זייט, און מיט די צייט איז די ריעל עסטעיט סטאר מיט די היט סטאר אויך אוועקגעגאנגען, האט מען זיך מער אויסגעברייטערט. און אזוי שטייט עס יעצט.

טיב טוב, טיב טוב, פון ווי שטאמט די נאמען טיב טוב?

דאס האט נאך דער ערשטער שותף געגעבן, ווייל טוב מיינט דאך גוט און נאכאמאל גוט. גוטס האט דאך נישט קיין שיעור. ווען מען כאפט א דרויסענדיגע בליק אויף טוב טוב, זעהט עס אויס ווי א קליינע סטאר מיט אסאך לעדלעך, אבער מיט דעם אלעם פארמאגן מיר ניינציג פראצענט זאכן וואס א אידישע שטוב דארף צו האבן.

אסאך זאכן וואס רוב געשעפטן האבן שוין אויפגעהערט צו פארקויפן, קען מען נאך דא טרעפן. ווען טוב טוב האט זיך געפענט פאר 65 יאר צוריק, האט מען נאר פארקויפט, הארדוועיר און העכער די רעדזשיסטער האט געהאנגען א וואגשאל, און ווען איינער האט געוואלט קויפן נעגל האט מען עס דארט אפגעוואויגן, און אזוי באצאלט לויט די וואג, נישט ווי היינט וואס אלעס האט שוין באשטימטע פרייזן פון פאראויס.

ווען מען האט אנגעהויבן מיט די סטאר, איז געווען ממש נאך די מלחמה, און עס איז נישט געווען אזא גרויסע פארלאנג פאר שפילצייגן, אבער מיט די יארן איז די פארלאנג געווארן גרעסער, זענען אונז אויך אריין אין די ליין פון שפילצייגן. אויף די רעכטע זייט פון סטאר איז געווען - ווי אויבן דערמאנט - פלאמ'ס. ווען זיי האבן אוועקגעמופט, האבן אונז זיך אביסל
אויסגעברייטערט, און מען האט אין יענע אפטיילונג פלאצירט שפילצייגן. אונז זענען געווען די ערשטע שפילצייגן געשעפט אין וויליאמסבורג.

מיט די יארן זענען די אנדערע סטארס אויף די לינקע זייט, בראדי'ס היט סטאר מיט די ריעל עסטעיט, אויך אוועקגעגאנגען, האט מען זיך מער ארויסגעצויגן און אזוי שטייט עס היינט.

טוב טוב האט א עפעס א ספעציעלע חן. און די צייט וואס זײער אסאך פון די היינטיגע סטארס בויען זיך איבער, טוט אבער טוב טוב בלייבן שטיין מיט די זעלבע חן שוין פאר צענדליגער יארן. און נישט נאר דאס, נאר - ווי די בעלי בתים גיבן איבער - זענען זיי זייער שטארק אנטקעגן די היינטיגע סטיל וואס אסאך סטארס לייגן אריין שווערע געלטער אויף איבער בויען עס קען נעמען יארן צוריק צו זעהן די געלט וואס מען האט אריינגעלייגט ס'איז ממש א שאד אויף די געלט.

נאך א זאך וואס טוב טוב צייכענט זיך אויס איז אז עס מען קען דארט טרעפן אלעס. פלאמבינג, עלעקטראניקס, הארדוועיר, און שפילצייגן. און קאסטומערס זענען זייער צופרידן וועגן זיי קענען אלעס האבן אינטער איין דאך.

נאך א גאר מערקווירדיגע זאך וואס מיר האבן באמערקט: אין די צייט וואס א יעדע סטאר האלט חשבון וועלכע אייטעמס עס איז אויסגעגאנגען, וועלכע ס'בלייבט איבער אויף א קאמפיוטער, איז דא אבער אנדערש. די בעלי בתים האלטן א אויג אויף די שעלווס, און אז מ'באמערקט אדער אז א קאסטומער טוט אויפמערקן אַז א געוויסע אייטעם איז אויסגעגאנגען, שרייבט מען עס אראפ אויף פען און פעיפער, און סוף טאג וועט מען עס באשטעלן. מען טוט אלעס צופרידן צו שטעלן די קאסטומערס.

איך וויל אויך דערציילן א מעשה מיט הרב הגאון ר׳ יונתן שטייף ז"ל. ווען מען האט געבויט די מקוה צו טובל'ן כלים,
האט מען אים גערופן ער זאל זיין משגיח און געבן די הכשר, און ער איז אריבער געקומען און זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין מ' סאה מי גשמים מיט אלעם וואס פעלט אויס פאר א כשר מקוה. און ער האט געארבעט דארט אפאר וואכן, ווען ס'איז געקומען צו באצאלן, האט ער נישט געוואלט נעמען קיין געלט. ער האט געזאגט, דאס איז מיין פליכט, אז ס'זאל זיין א כשר מקוה, אפילו ער האט געארבעט עטליכע וואכן, אראפגעקומען יעדן טאג זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, האט ער נישט געוואלט נעמען באצאלט זי"ע...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל