וואשינגטאן – ווייניגער ווי צוויי וואכן נאכדעם וואס א באריכט האט געווארנט אז דער אימעיל סיסטעם אין ווייסן הויז איז נישט גענוג באשיצט, האט דאס ווייסע הויז גענומען די נויטיגע שריט דאס צו פאררעכטן. די ווארענונג איז געקומען פון די "גלאובעל סייבער אלייענס", וועלכע האט געזאגט אז א סייבער סעקיוריטי גרופע ווארנט, אז זי האט דורכגעפירט טעסטס אויף 26 פון די אימעיל דאומעינס וואס דאס ווייסע הויז נוצט, און פון די 26 זענען אזויפיל ווי אכצן נישט באשיצט מיט א דאפלטע וועריפיקעישאן סיסטעם, וואס דער סיסטעם איז געצילט צו פארזיכערן אז בעפאר אן אימעיל ווערט ארויסגעשיקט, איז עס טאקע געשיקט געווארן דורך עמיצן פון אינעווייניג אין ווייסן הויז, און נישט דורך א העקער וואס האט זיך אריינגעכאפט אינעם אימעיל אקאונט. אצינד האט מען געהערט אז פרישע 5 דאומעינס זענען שוין געשטעלט געווארן אונטער די דאפלטע וועריפיקעישאן סיסטעם.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל