אלבאני – א נייע אנקעטע צייגט, אז דער ניו יארק סטעיט גאווערנאר, ענדרו קאומא, האלט אן זיין שטארקע אויבערהאנט העכער זיין דעמאקראטישן קעגנער סינטיע ניקסאן, ווען מען פרעגט אויס דעמאקראטישע וויילער. די אנקעטע פון דער סייענע קאלעדזש פירמע צייגט, אז 58 פראצענט דעמאקראטן שטיצן קאומא, קעגן בלויז 27 פראצענט וועלכע שטיצן ניקסאן, אבער שטיצער פון ניקסאן צייגן אן אויפ'ן פאקט, אז מיט א מאנאט צוריק האט די זעלבע אנקעטע געצייגט אז 66 פראצענט שטיצן קאומא און בלויז 19 פראצענט שטיצן ניקסאן, וואס באדייט אז ניקסאן הייבט זיך אן צוביסלעך ארויפצוכאפן אין די אנקעטעס. אין אנדערע אנטוויקלונגען ארום דעם קאומא-ניקסאן פארמעסט, האט קאומא נעכטן פובליצירט זיינע שטייער דאקומענטן, אין דער צייט וואס מען האט נישט געהערט פון ניקסאן גארנישט איבער אירע שטייערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל