וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, האט זיך געטראפן אין צענטער פון א פרישער קאנטראווערסיע, ווען עס איז נעכטן ארויסגעקומען אז ביז גאנץ לעצטנס איז ער געווען דער פארזיצער פון אן ארגאניזאציע, וועלכע איז געווען פארנומען פארשפרייטן פאלשע פראפאגאנדע קעגן דער מוסולמענער רעליגיע. באלטאן האט פון יאר 2013 ביז א מאנאט צוריק אנגעפירט די ניו יארק-באזירטע "געיטסטאון אינסטיטוט", וועלכע האט נאכאנאנד פארשפרייט פארשידענע ווידעאס און פאלשע נייעס, מיט'ן ציל צו דערשרעקן ווייסע אמעריקאנער איבער'ן געפאר פון מוסולמענער, און די ארגאניזאציע פלעגט אפט באקומען הילף פון רוסישע פראפאגאנדע פארשפרייטער, א שטייגער ווי די "רוסלאנד טודעי" נייעס אגענטור און די "ספוטניק" נייעס אגענטור.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל