א בריוו פונעם בארימטן דייטשן קאמפאזיטאר, ריטשארד וואגנער, איז פארקויפט געווארן אין ארץ ישראל פאר'ן פרייז פון 42-טויזנט דאלאר.

וואגנער, וועלכער האט געלעבט אין ניינצנטן יארהונדערט, איז געווען איינער פון די בארימטסטע קאמפאזיטארן פון קלאסישער מוזיק, אבער איז גלייכצייטיג געווען א היפשער שונא ישראל.

אינעם בריוו, געשריבן אין אפריל פון 1869 צו א פראנצויזישן פילאסאף, באקלאגט זיך וואגנער אויף דער "צעשטערערישער השפעה פון אידן אויף דער מאדערנער קולטור."

דער אנהייב-פרייז פאר'ן בריוו, וואס איז איז פארקויפט געווארן דורך דער 'קדם' אנטיק-פירמע פון ארץ ישראל, האט געמאלדן, איז געווען פינף-טויזנט דאלאר.

דער בריוו איז אפגעקויפט געווארן דורך אן אנטיק-זאמלער פון שווייץ.

א סך אין ארץ ישראל האבן אויסגעדריקט קעגנערשאפט צום פארקויף, און האבן אנגעוויזן אז אויסער זיין א שונא ישראל איז וואגנער געווען גאר פאפולער צווישן די נאציס דורכאויס דעם חורבן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל