פראנקרייך – פראנצויזישע רעגירונג קוועלער האבן באשטעטיגט באריכטן, אז דער ליביער גענעראל קאליפא האפטאר געפינט זיך אין א שפיטאל אין פראנקרייך, וואו ער ווערט באהאנדלט נאכ'ן אריינפאלן אין א קאומא. האפטאר איז איינער פון די מערסט-מאכטפולע פיגורן אין ליביע, וואו עס עקזיסטירן עטליכע רעגירונגען, און ער שטייט אין שפיץ פון דער רעגירונג וואס איז באזירט אין דער שטאט בענגאזי. די יו-ען און אנדערע לענדער האבן דערווייל אנערקענט אן אנדערע רעגירונג, באזירט אין דער עכטער הויפטשטאט טריפאלי, אלס די לעגיטימע רעגירונג דערווייל, אבער האפטאר האט אין די לעצטע שטיק צייט געהאט אונטערגענומען א קאמפיין אז אמעריקע זאל אים שטיצן, אריינגערעכנט דאס וואס ער האט לעצטנס ערלויבט פאר די סי-איי-עי צוריקצושטעלן א באזע אין בענגאזי.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל