קרעדיט קארטלעך זענען איינע פון די זאכן איבער וועלכע מענטשן האבן עקסטרעמע מיינונגען לכאן ולכאן. פאראן אזעלכע וואס צאלן פאר אלעם – בילס, איינקויפן, אא"וו – דווקא מיט'ן קרעדיט קארטל, בעת אנדערע וועלן אוועקשטיין פון דעם פלאסטישן שטיקל אזוי ווייט ווי נאר מעגליך. די חילוקי דעות איבער דעם ווערד און ראלע פון א קרעדיט קארטל הערשן נישט נאר צווישן פשוט'ע עמך-מענטשן, נאר אויך צווישן פינאנץ עקספערטן זענען פאראן געמישטע מיינונגען איבער דעם, צי דער קרעדיט קארטל איז א געבענטשטער אויפטו אדער א מלאך-המוות מאנסטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס



דער אמת איז אבער נישט דא, נישט דארט, נאר ערגעץ אינדערצווישן. א קרעדיט קארטל קען מען אנקוקן ווי א געצייג, וואס קען געניצט ווערן צו גרינגער מאכן דאס לעבן אדער אריינצופירן דעם באניצער אין א טיפן זומפ. עס ווענדט זיך ביי וועמען אין די הענט דאס געצייג געפינט זיך, און וויאזוי דער יעניגער באניצט זיך דערמיט. א האמער העלפט בויען און פאררעכטן; דער זעלבער האמער קען אבער אויך שעדיגן א שאדענען.

איין זאך איז קלאר. א קרעדיט קארטל פאדערט אחריות און איינגעהאלטנקייט. עמיצער וואס איז נאכנישט פינאנציעל רייף אדער ס'פעלט אים אין דער מעגליכקייט זיך צו קאנטראלירן, זאל אוועקשטיין פון א קרעדיט קארטל ביז ער איז גרייט.

אבער אנשטאט ארויסטראגן א פסק-דין כללי, לאמיר זיך נאענטער באקענען מיט דעם פלאסטישן געצייג, און לאז יעדער באשליסן פאר זיך אליין וואספארא ראלע דאס קרעדיט קארטל זאל שפילן אין זיין פינאנציעלן לעבן.

קארטל פיטשעווקעס


די פאראייניגטע שטאטן איז באקאנט אלץ לאנד וואס קלעבט צו חובות. דער גרעסטער בעל חוב איז טאקע די פעדעראלע רעגירונג, אבער אויך דער אלגעמיינער המון עם פארמאגט חובות. אלעס אינאיינעם האט די אמעריקאנער באפעלקערונג דורכאויס פארגאנגענעם יאר געהאט חובות פון שווערע ביליאנען. איבער 38 פראצענט פון געלט וואס אמעריקאנער בירגער זענען שולדיג, קומען פון קרעדיט קארטל בילס.

פשוט פשט


דער פשוט'סטער טייטש און תפקיד פון א קרעדיט קארטל איז זייער ענליך צו א הלוואה. א מענטש וויל עפעס קויפן; צוליב סיי-וועלכער סיבה האט ער נישט פונקט די געפאדערטע סומע. ווענדט ער זיך צו א צווייטן, און בעט אים צו בארגן דעם סכום.

ווען עמיצער באצאלט עפעס מיט א קרעדיט קארטל, בארגט ער דאס געלט פון א באנק אדער אן אנדערער פינאנציעלער אינסטיטוציע.

געווענליך איז פאראן א פירמע וואס דינט ווי אזא כמו-שדכן צווישן דעם באצאלער און דעם באצאלטן. די אויפגאבע פון יענער פירמע איז צו באשטעטיגן אז די קרעדיט-קארטל קאנטע איז קראנט, און צי די באנק איז מסכים צו בארגן די אנגעפרעגטע סומע פאר דעם קאנטע-אייגנטימער.

אויב אלעס גייט דורך כשורה, פירט די באנק אריין דאס געלט צו דעם וועמען איר, דער בעל קרעדיט-קארטל וויל עס געבן, און די באנק לייגט דאן צו דעם אויסגעלייגטן סכום צו אייער קאנטע.

איינמאל אין חודש וועט די באנק צוזאמנעמען דעם גאנצן סכום און שיקן א ביל.

וויאזוי מאכט די באנק געלט? פון יעדער קרעדיט-קארטל טראנזאקציע, גייט א געוויסער פראצענט אראפ. די שדכן-פירמע איז געווענליך די, וואס וועט אראפנעמען דעם סכום, וואס וועט דערנאך צעטיילט ווערן צווישן אלע וואס זענען פארמישט אין דעם עסק – זי, די פירמע, זעלבסט, און אויך די באנק וועט באקומען א טייל.

דאס איז אבער נאר איין מקור פון וואו די באנק מאכט געלט. דעם עיקר געלט מאכט זיך פון בילס וואס ווערן נישט באצאלט אין צייט. יעדער קרעדיט-קארטל ביל, ווי יעדער אנדערער ביל, קומט מיט אן ענדצייט ביז ווען איר האט צייט אפצוצאלן דעם חוב. אויב דער ביל ווערט נישט באצאלט צו דער באשטימטער צייט, וואקסט דער חוב. די באנק לייגט צו פראצענט צום אריגינעלן סכום, און דער ציפער וואקסט אינאיינעם מיט דער צייט וואס לויפט דורך ביז דער ביל ווערט למעשה באצאלט.

קארטל פיטשעווקעס


קרעדיט קארטלעך זענען שטארקע בחורים און שטופן ארויס דעם קעש-דאלאר פונעם מארקעט. איבער צוויי-דריטל פון אלע געלט-טראנזאקציעס איבער'ן לאנד -- וואס באטראפן עטליכע טריליאן דאלאר א יאר -- זענען געמאכט געווארן דורך קרעדיט קארטלעך. עטוואס מער פון צוואנציג פראצענט זענען געמאכט געווארן דורך דעם אלטמאדישן דאלאר.

די חסרונות


קרעדיט קארטלעך זענען ובכן א גוטער מיטל פון זיך גרינגער מאכן דאס לעבן. אנשטאט זיך ארומדרייען מיט גרויס געלט אין טאש, טראגט מען אין בערזל איין גרינגען, קליינעם שטיקל פלאסטיק.

קרעדיט-קארטל קריטיקירער האבן אבער שטארקע טענות. ראשית כל, איז דאס מציאות אז מענטשן שפענדן גרינגער געלט ווען מ'צאלט מיט'ן קארטל ווי מיט קעש. אזוי ווייזן שטודיעס וואס זענען דורכגעפירט געווארן. פארוואס דאס איז אזוי? ס'איז אזא פסיכאלאגישער טריק, וואס דער מענטש שפילט מיט זיך אליין. ווען מען צאלט מיט א קארטל, פילט זיך עס עפעס נישט אזוי אז מען האט געשפענדט געלט אזוי שארף ווי מען צאלט מיט מזומן. חוץ מזה, מיט מזומן קען מען קויפן נאר אויב מען האט; א קרעדיט קארטל וועט אייך דערלויבן צו קויפן עפעס אפילו אויב איר האט פונקט נישט קיין געלט אין אייער באזיץ.

און דא, אין די צוויי פאקטארס, ליגט דער עיקר סכנה פון קרעדיט קארטלעך. דאס גרינגער שפענדן געלט און דערצו געלט וואס מען האט נישט, קען גרינג פירן א מענטש אויסצוגעבן געלט וואס וועט אים אריינפירן אין א פינאנציעלן פלאנטער.

קארטל פיטשעווקעס
מענטשן האבן ליב דעם פלאסטישן צאל-מיטל, ווי עס איז צו זען פונעם פאקט וואס איבער דער וועלט זענען פאראן ארום 1.7-מיליאן קרעדיט קארטלעך. דאס איז גענוג א גרויסע צאל ארומצונעמען די וועלט דריי און א האלב מאל!

די מעלות


וואס, אויב אזוי, זענען די מעלות פון א קרעדיט קארטל?

קודם כל, אויב איר שטייט א טאג פאר'ן באקומען דעם געהאלט און נויטיגט זיך דרינגענד אין עפעס א פראדוקט, איז דאס קרעדיט קארטל ניצליך. מיט א קרעדיט קארטל איז אויך גרינגער צו האלטן חשבון אויף די הוצאות. די צוויי זאכן זענען אבער קלייניגקייטן, און זענען נישט ווערד די פראבלעמען וואס א קרעדיט קארטל איז עלול צו ברענגען. עס זענען אבער יא פאראן עטליכע שטארקע מעלות.

א קרעדיט קארטל איז א גוטע סגולה קעגן באשווינדלט ווערן. אנדערש ווי מיט קעש, א טשעק, אדער דעביט קארטל (וואס לויפט אינאיינעם מיט א טשעקינג אקאונט – דאס געלט גייט ארויס פון אייער קאנטע תיכף ווען דאס דעביט קארטל ווערט געניצט), איז די געפאר פון בא'גנב'עט ווערן דורך א קרעדיט קארטל סך קלענער. רוב קרעדיט-קארטל פירמעס וועלן אייך פטר'ן צו באצאלן אויב דאס קארטל איז געניצט געווארן אן אייער רשות.

דאס זעלבע אויב האט זיך געמאכט אז דער פראדוקט וואס איר האט געקויפט איז פעלעהאפטיג, און דאס געשעפט אנטזאגט זיך אומצוקערן דאס געלט וואס איר האט דערפאר באצאלט, קענט איר פארלאנגען פון דער קרעדיט-קארטל פירמע צוריקצונעמען דאס געלט פונעם געשעפט. געשעפטן וועלן במילא לכתחילה מער קאאפערירן מיט אייך אין פאל איר האט באצאלט מיט א קרעדיט קארטל, ווייל א "טשארד דיספיוט", ווי דאס ווערט אנגערופן, גייט ארויף אויפ'ן רעקארד פונעם געשעפט און קען עווענטועל ברענגען נעגאטיווע תוצאות.

נאך א קרעדיט קארטל בענעפיט איז דאס, אז קרעדיט-קארטל פירמעס וועלן אפטמאל צולייגן א "וואָראָנטי", א פארזיכערונג, אין פאל דער פראדוקט ווערט צעבראכן אדער געשעדיגט. אין פאל דאס געשעפט, אדער פעקטארי שטעלט צו אזא פארזיכערונג, וועלן קרעדיט-קארטל פירמעס אפטמאל זי פארלענגערן אויף א גרעסערער תקופה.

די דריטע, מסתמא גאנגבארסטע סיבה צו ניצן דעם קרעדיט קארטל זענען די "מתנות" – אזויגערופענע rewards – וואס די בענק שלאגן פאר אלס שכר. דא, אין די דאזיגע קונצן, ליגט א גרויס חלק פונעם הונט באגראבן. עס איז דער גרעסטער שטופ פאר מענטשן צו וואס מער ניצן דאס קארטל, אבער איז אויך ביכולת אריינצושלעפן דעם מענטש אין א טיפן זומפ.

אין א ווארט


  • א קרעדיט קארטל איז אזא סארט הלוואה וואס איר נעמט ארויס.
  • פארמאגן (און ניצן) א קרעדיט קארטל קומט מיט מעלות און חסרונות.
  • עס קען פארגרינגערן דאס לעבן און ברענגען זייטיגע בענעפיטן.
  • ווען געניצט אומ'אחריות'דיג קען א קרעדיט קארטל רואינירן דאס לעבן.
  • ווי מיט רוב זאכן אויף דער וועלט, איז א קרעדיט קארטל א געצייג, וואס דארף ריכטיג געניצט ווערן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל