אנאליסטן איבער דעם זיכערהייטס-מצב פון לאנד האבן אויסגעדריקט זארג איבער דער מעגליכקייט פון רוסלאנד אויסצופירן איר דראאונג און באוואפענען דאס סירישע מיליטער מיט א פארגעשריטענעם אנטי-עראפלאן מיסיל-סיסטעם.

רוסלאנד האט דערמאנט אזא מעגליכקייט אין רעאקציע צו דער אטאקע וואס אמעריקע, אין צוזאמארבעט מיט ענגלאנד און פראנקרייך, האבן פאריגן שבת דורכגעפירט איבער סיריע.

אויב זאל רוסלאנד ווירקליך צושטעלן אזא סיסטעם פאר סיריע, וועט מדינת ישראל זיך טרעפן אין א גרויסן דילעמא לגבי אירע באמיאונגען פון זיכער מאכן אז איראן באווייזט נישט אויפצושטעלן קיין מיליטערישע אינפאסטרוקטור אין סיריע.

מדינת ישראל האט דורכגעפירט עטליכע אטאקעס קעגן איראנישע צילן אין סיריע, וואס ווערן אויפגעשטעלט מיט'ן ציל פון דארט צו קאארדינירן די איראנישע טעראר-אטאקעס קעגן מדינת ישראל, און אויב זאל סיריע באקומען די סאפיסטיקירטע רוסישע מיסילס, וועט עס נישט איבערלאזן מדינת ישראל מיט קיין אנדערער ברירה ווי זיי פארניכטן -- וואס וועט אבער פירן צו א דירעקטער קאנפראנטאציע מיט רוסלאנד, מיט וועמען מדינת ישראל האט א פארשטענדעניש איבער אירע סיריע.

אנאליסטן ווייזן אן אז די מדינת ישראל לופט-כוחות פארמאגן מאכטפולע פליגערס, אריינגערעכנט די אמעריקאנער עף-35 קאמפס-עראפלאנען, און וועט זיך ווארשיינליך קענען אן עצה געבן קעגן די רוסישע מיסילס, אבער אין דער זעלבער צייט וואלט זי זיכער נישט געוואלט זיך טרעפן אין א קאנפראנטאציע מיט רוסלאנד.

א צאל זאך-קענער בלייבן אבער ביי דער מיינונג, אז רוסלאנד וועט למעשה נישט אויספירן איר דראאונג צוצושטעלן דעם מיסיל-סיסטעם פאר סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל