א צאל מיטגלידערס פון 'כאמאס' איז אומגעקומען אין ווילדע ראיאטן וואס די טעראר גרופע האט פאררופן ביי דער גרעניץ צווישן עזה און מדינת ישראל.

דורכאויס דער רונדע ראיאטן, וואס האבן זיך אנגעהויבן הארט פאר'ן יו"ט פסח, האבן מערערע אראבער פרובירט דורכשניידן די גרעניץ צוים, ווי אויך האבן זיי געווארפן צינד באמבעס און אנגעצינדן א צאל פייערס, אין א פרואוו צו שעדיגן סאלדאטן און טאנקען.

מדינת ישראל קרעפטן, וועלכע האבן פריער צוגעגרייט א שטאב מיט צילשיסערס, האבן רעאגירט דורכ'ן שיסן אויף די באטרעפנדע טעראריסטן, מיט אן אומבאשטעטיגטער צאל פאטאליטעטן, וואס לויפט פון פופצן ביז 32, געוואנדן אין די פארשידענע קוואלן וואס באריכטן די נייעס.

צווישן אנדערן האבן די פראטעסטירערס אונטערגעצינדן טויזנטער רעדער, אין א פרואוו צו פאררויכערן דאס פלאץ ביי דער גרעניץ און אזוי ארום אינפילטרירן די גרעניץ. מדינת ישראל האט רעאגירט דורכ'ן צייטווייליג אפשטעלן די ליפערונגען פון רעדער קיין עזה, און די ארטיגע רעגירונג, וואס ווערט אנגעפירט דורך דער כאמאס טעראר גרופע, האט קריטיקירט דעם באשלוס און באשולדיגט מדינת ישראל אין גורם זיין א מאנגל אין רעדער אין עזה.

היינט מאנטאג אינדערפרי האבן מדינת ישראל דזשעטס אטאקירט א מיליטערישע כאמאס באזע אין עזה, נאך דעם וואס עטליכע טעראריסטן האבן איבערנאכט זיך באוויזן דורכצורייסן די צוים און פארפלאנצן באמבעס געצילט מדינת ישראל טאנקען.

די באמבעס זענען געפונען געווארן איידער זיי האבן אויפגעריסן, אבער די דריי טעראריסטן האבן באוויזן צוריקצולויפן קיין עזה איידער'ן געכאפט ווערן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל