א צאל רעסטוראנטן אין מאנהעטן האבן זיך געוואנדן צו דער שטאט מיט א בקשה פאר דערלויבעניש צו העכערן דעם 'סורטשאַרדזש' וואס קומט מיט יעדן ביל פון 3 צו 5 פראצענט.

דער פארלאנג קומט נאך דעם וואס די סטעיט האט באשטימט צו העכערן דעם מינימום-געהאלט פון רעסטוראנט-ארבעטער צו פופצן דאלאר, ווי אויך א וואוקס אין אלגעמיינע הוצאות, ווי רענט און עסנווארג-פראדוקטן.

אינעם בריוו צו דער סיטי ווייזן רעסטוראנט-אייגנטימער אן, אז דער אנדערער מהלך, צו העכערן די פרייזן, וועט פירן צו א רעדוקציע אין איינקונפט, ווייל ווייניגער מענטשן וועלן קומען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל