פיניקס – א גרויסע סטאטוע איז ארויסגעשטעלט געווארן אין אריזאנע, צו באעהרן די ניינצן פייערלעשער וועלכע זענען אומגעקומען ביים באקעמפן דעם מאסיוון וואלדפייער וואס האט אויסגעבראכן אין אריזאנע אין יאר 2013. דאס פייער האט געברענט נעבן יארנעל, אריזאנע, פארברענענדיג נאענט צו הונדערט פופציג היימען, און ווען די גרופע צוואנציג פייערלעשער, וועלכע זענען געווען באקאנט אלס "די גרענייט מאונטעין האטשאטס" פאר זייער עקספערטיז אין באקעמפן וואלדפייערן, זענען געברענגט געווארן צום ראיאן צו העלפן פארלעשן דאס פייער, זענען זיי פלוצלינג ארומגעצירקלט געווארן דורך די פלאמען, און 19 פון זיי זענען אומגעקומען, און נאר איינער האט איבערגעלעבט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל