אין רעאקציע צו דער אטאקע וואס די מדינת ישראל לופט כוחות האבן דורכגעפירט אויף א איראנישער מיליטערישער באזע אין סיריע, האט דאס איראנישע אויסערן מיניסטעריום געדראעט מיט נקמה און באהויפטעט, אז "די ציוניסטישע קערפערשאפט וועט נאך באדויערן" דעם שריט.

די דראאונגען זענען געקומען נאך דעם וואס מדינת ישראל האט פאריגע וואך צעשטערט א מיליטערישע באזע, וואס איראן האט געהאלטן אינמיטן אויפבויען אין סיריע.

פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט רעאגירט צו די איראנישע סטראשונקעס מיט'ן אנווייזן אז מדינת ישראל איז היינט "מאכטפולער ווי סיי ווען פריער" און וועט זיך פארטיידיגן קעגן יעדער פיינטליכער געפאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל