יאפאן – אינעם פארלאפענעם "וויקענד" זענען פארגעקומען מאסיווע פראטעסטן אין אלע עקן וועלט, שטייענדיג אין א צייט פון פארשידענע גלאבאלע קריזיסן. איינס פון די גרעסטע פראטעסטן איז פארגעקומען אין טאקיא, יאפאן, וואו צענדליגער טויזנטער האבן זיך פארזאמלט פארנט פונעם פארלאמענט און פארלאנגט אז פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי זאל אפטרעטן צוליב קארופציע סקאנדאלן וואס פלאגן אים. באזונדער איז פארגעקומען א פראטעסט אין קאטאלאניע, שפאניע, וואו הונדערטער טויזנטער האבן פראטעסטירט איבער דעם וואס די שפאנישע רעגירונג האלט אונטער ארעסט עטליכע סעפעראטיסטישע פירער. אויך האבן צענדליגער טויזנטער פראטעסטירט אין בודאפעסט, אונגארן, וועלנדיג פרישע וואלן, נאכדעם וואס דער רעכטער וויקטאר אורבאן האט געוואונען ווידערוויילונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל