סאודי אראביע – ביי זיין באזוך אין סאודי אראביע, האט דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא קלארגעשטעלט, אז אמעריקע וויל אז די אראבישע גאלף לענדער זאלן זאפארט אפשטעלן די בלאקאדע וואס זיי האבן געשטעלט אויף קאטאר. מיט כמעט א יאר צוריק, האבן סאודי אראביע, באכרעין, די יונייטעד אראב עמירעיטס און עגיפטן, אינאיינעם געשטעלט אן עקאנאמישע און טראוועל בלאקאדע קעגן קאטאר, באשולדיגנדיג קאטאר אין שטיצן טעראר און טון פארשידענע שריט וועלכע העלפן ארויס די דעסטאביליזאציע פונעם מיטל מזרח ראיאן. פאמפעיא האט קלארגעשטעלט פאר'ן סאודיער קעניג סאלמאן, ביי א זיצונג מיט אים, אז אמעריקע דערווארט א באלדיגע ענדע צו דער בלאקאדע, זאגנדיג אז ס'איז קריטיש אז אלע גאלף לענדער זאלן זיין פאראייניגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל