דער סאוט קארעאר פרעזידענט מאָן דזשעי-אין האט אין א זיצונג מיט זיינע מיניסטארן אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ פאר׳ן ערמעגליכן א היסטארישע שלום צווישן סאוט און נארט קארעא זאגנדיג אז אין זיין מיינונג קומט זיך פאר טראמפ דעם נאבעל שלום פרייז.

דער נאבעל שלום פרייז איז רעזערווירט פאר וועלט פירער וועלכע נעמען ערנסטע שריט צו ענדיגן קאנפליקטן, דער פרייז איז אין די פארגאנגנהייט געגעבן געווארן פאר פרעזידענט רוזעוועלט, פרעזידענט ווילסאן, און פרעזידענט קארטער, און פרעזידענט אבאמא.

די נאבעל פרייז פאר פרעזידענט באראק אבאמא, א באשלוס וואס מאנכע האבן קריטיקירט זאגנדיג אז ער האט עס באקומען בלויז פאר רעטאריק און ער האט נישט געמאכט קיין ערנסטע פארשריט אין ברענגען שלום אויף דער וועלט.

פרעזידענט מָאן האט צוריק אין יאנואר עפנטליך אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ פאר׳ן ברענגען נארט קארעא צום פארהאנדלונגס טיש, זאגנדיג אז ער גלויבט אז די דרוק פון אמעריקע און כינע האבן געברענגט קים יאנג-אָן צום טיש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל