אין א טעלעפאן געשפרעך מיט פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, האט דער רוסישער פרעזידענט פוטין אויפגעפאדערט פון מדינת ישראל אפצושטעלן אירע אטאקעס אין סירישער טעריטאריע.

ווי די אפיציעלע רוסישע 'ספוטניק' נייעס אגענטור דערציילט, האט פרעמיער נתניהו קלאר געמאכט פאר פוטין, אז מדינת ישראל וועט טאן אלעס אין אירע מעגליכקייטן אפצוהאלטן איראן פון אנטוויקלען און אויפבויען מיליטערישע באזעס אין דער שכינות'דיגער סיריע, וועלכע וועלן באדראען איר זיכערקייט.

אין צוזאמהאנג, האט א קואוועיטישער מידיא קוואל געוואוסט צו דערציילן אז פוטין האט געבעטן פון נתני' צו פארמיטלען צווישן רוסלאנד און די פאראייניגטע שטאטן, צו שליכטן דעם קריזיס וואס האט זיך אנטוויקלט צווישן די צוויי בשייכות מיט דער אנגעבליכער כעמישער אטאקע וואס דער אסאד רעזשים זאל האבן דורכגעפירט אויף ציווילע בירגער אינערהאלב סיריע. דער באריכט איז נישט באשטעטיגט געווארן קיין אויסערליכע קוואלן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל