בראזיל – לואיז לולא דע-סילווא, דער געוועזענער פרעזידענט פון בראזיל, וועלכער איז ביז יעצט געווען דער פראנט-ראנער אינעם דארטיגן אנגייענדיגן פרעזידענט קאמפיין, האט זיך אונטערגעגעבן פאר די אויטאריטעטן און וועט אנהייבן דינען א צוועלף יעריגן טורמע אורטייל, נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אויף הארבע קארופציע קלאגעס. דע-סילווא האט צוויי טעג זיך אויסבאהאלטן פון די פאליציי, אבער ער האט זיך עווענטועל אונטערגעגעבן, און די אנטוויקלונג באדייט אז דער אנגייענדיגער פרעזידענט פארמעסט אין בראזיל – א לאנד וועלכע איז רעלאטיוו-ניי צו א דעמאקראטישן סיסטעם – איז געווארן נאך מער כאאטיש.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל