מישיגען – פרעזידענט טראמפ ווארנט רעפובליקאנער וויילער, אז אויב די דעמאקראטן באווייזן צוריקצוכאפן קאנטראל פון קאנגרעס, גייען זיי אים גלייך אימפיטשן. טראמפ האט געזאגט ביי א קאמפיין ראלי אין מישיגען מוצאי שבת, אז די רעפובליקאנער מוזן ארבעטן זייער שווער אנצוהאלטן קאנטראל פון קאנגרעס, ווייל די דעמאקראטן וועלן בכלל נישט זוכן עפעס אויפצוטאן, נאר זיי וועלן ארבעטן אויף אימפיטשמענט, אים אונטערצוגראבן.

מען האט טאקע געהערט אין די לעצטע טעג, אז די דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט ארבעט זייער שווער, צו פארשטילן די דעמאקראטישע פאליטישאנס וועלכע פארפירן אז מען זאל אימפיטשן טראמפ, אויס שרעק אז דאס וועט נאר צוריקקלאפן אין פנים פון די דעמאקראטן ביי די נאוועמבער וואלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל