נאכ'ן אויסשטיין א כוואליע קריטיק צוליב א צאל מיסברויכן און ערנסטע פראבלעמען אינערהאלב דעם שטאטישן האוזינג אגענטור, האט די פארזיצערין פון דער דירה אויטאריטעט געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון אמט.

שאלא אלאטאיא איז לעצטנס באזונדערס אראפגעריסן געווארן נאך דעם וואס א גרויסע צאל שטאטישע דירות האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פארפעסטעט מיט דעם שעדליכן 'לעד' מאטעריאל, און זי האט אנגעבליך פאלש איינגעגעבן אז יענע דירות זענען יא אונטערזוכט געווארן קעגן לעד.

מעיאר דעבלאזיא, וועלכער האט פריער פארטיידיגט אלאטאיא, האט באצייכנט איר פארזיצערשאפט ווי א "סוקסעס", וואס האט ארויסגערופן פארקערטע רעאקציעס מצד א צאל אנדערע פאליטיקאנטן.

אלאטאיא'ס רעזיגנאציע וועט אריינגיין אין אפעקט סוף דעם חודש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל