פענסילוועניע – איינער איז אומגעקומען ווען א קאמערציאלע פאסאזשיר פליגער האט געמאכט א ווילדע עמורדזשענסי לאנדונג אין פילאדעלפיע, נאכדעם וואס איינס פון די מאטארן האבן אויפגעריסן. דער אינצידענט האט פאסירט מיט א סאוטוועסט עירליינס פליגער, וועלכע איז געפארן פון לאגווארדיע לופטפעלד קיין דאלאס, טעקסאס, און אינמיטן דער לופטן האט איינס פון די מאטארן אויפגעריסן, שאפנדיג א לאך אין א פענסטער. איין פאסאזשיר וואס איז געזעסן ביים פענסטער, איז שיער ארויסגעשלעפט געווארן פונעם פליגער אין דער הייעך, און אנדערע פאסאזשירן האבן איר אנגעהאלטן נישט ארויסצופליען, ביז מען האט געלאנדעט. די סיטואציע אויפ'ן פליגער איז געווען אזוי שרעקעדיג, אז פאסאזשירן האבן טעלעפאנירט זייערע פאמיליע מיטגלידער זיך צו געזעגענען אויף אייביג. שפעטער האט מען געהערט אז א פרוי פאסאזשיר איז אומגעקומען, אבער ס'איז נישט קלאר צי ס'איז די פרוי וועלכע איז שיער ארויסגעפאלן פונעם פענסטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל