פעיסבוק שטייט אין די לעצטע וואכן אין צענטער פון א שטורעם און א עפנטליכע דעבאטע איבער מעגליכע פארלעצונגען פון די פריוואטקייט פון די אינפארמאציע פון אירע באנוצער, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז פעיסבוק שענקט צוטריט פאר דרויסנדיגע פירמעס צו די פריוואטע אינפארמאציע פון אירע באנוצער קעגן זייער וויסן און טיילמאל קעגן זייער ווילן.

זאקערבערג איז נעכטן פארהערט געווארן פאר גאנצע 5 שטונדן דורך א פאנעל פון 44 סענאטארן וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין א פארהער פון די סענאט יורידישע קאמיטע, ער איז אויסגעפרעגט געווארן איבער דעם וואס פעיסבוק ווערט גענוצט אלס פראפאגאנדע מיטל פאר פיינטליכע עלעמענטן צו צילן אמעריקאנער דעמאקראטיע, איבער די פארשפרייטונג פון ״פעיק ניוז״ און איבער באשיצן די פריוואטקייט פון סאציאלע מידיע באנוצער.

זאקערבערג האט געזאגט אז ער נעמט פערזענליכע פאראנטווארטליכקייט און האט זיך אנטשולדיגט און פארשפראכן צו נעמען דראסטישע שריט צו פארזיכערן אינפארמאציע פון באנוצער, ער האט געזאגט אז ער אליין איז צווישן די 47 מיליאן אמעריקאנער וועמענס אינפארמאציע איז ארויסגעגעבן געווארן פאר ״קעימברידש אנאליטיקע״ וועלכע האט עס גענוצט פאר די טראמפ קאמפיין.

היינט ווערט צוקערבערג אויסגעפרעגט דורך נאך א פאנעל אין קאנגרעס, און האט איבערנוצט ענליכע סטעיטמענטס, זאקערבערג זוכט דערמיט צו פארמיידן אז קאנגרעס זאל ארויפלייגן שווערע רעגולאציעס אויף פעיסבוק דורך צוזאגן אז פעיסבוק וועט פארריכטן אלע פראבלעמען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל