אינאיינעם מיט'ן ניו יארק סטעיט בודזשעט, וועלכע איז באשטעטיגט געווארן ביי כניסת חג הפסח, איז אויך באשטעטיגט געווארן א געזעץ וואס פילע עסקנים און אקטיוויסטן זאגן אז ס'וועט פארגרינגן דעם צושטאנד פאר מוסדות התורה, צו קענען אנגיין מיט'ן חינוך הטהור אומגעשטערט, אנדעם וואס מ'זאל זיין פולקאם אנגעוויזן נאכצוגיין די גוי'אישע לימודי חול פארשריפטן. דאס געזעץ איז באצייכנט געווארן אלס א גרויסער זיג, אבער עסקנים באטאנען אז דער קאמף פאר דעם ערליכן חינוך אין ניו יארק איז נאך ווייט פון פארטיג, ווייל די אנטי-חינוך אקטיוויסטן גייען ווייטער מיט זייערע העצערישע רעטאריק – און א ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ פון די עסקנים און עלטערן פון קינדער, איז טאקע פארגעקומען פארלאפענעם ערב שביעי של פסח נאכמיטאג פארנט פון דער סאטמארער בית רחל שולע אויף העריסאן עוו. אין וויליאמסבורג, ארויסצוהייבן דעם וויי-געשריי און פארדאמען די אנטי-חינוך אקטיוויסטן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל