א ביציקליסט פון ברוקלין הייטס איז ווי עס שיינט זאט פון ווילדע מאטאריסטן און האט באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט.

ברייען האואוועלד האט עטאבלירט א טוויטער-קאנטע, אין וועלכער מענטשן וועלן אריינשיקן די לייסענס פלעיט נומערן פון אומ'אחריות'דיגע דרייווערס און דער קאנטע-אייגנטימער וועט דאן נישטערן אין די שטאטישע רעקארדס צו זוכן פריערדיגע פארלעצונגען פון דעם זעלבן מאטאריסט און דאן פארעפנטליכן די רעזולטאטן.

האואוועלד צילט צו פארמינערן עקסידענטן און פאטאליטעטן דורך אומפאראנטווארטליכע מאטאריסטן, וועלכע וועלן יעצט דארפן נעמען אין חשבון אז שטעלן אין געפאר פאסאזשירן און פיסגייערס קען זיי קאסטן א שפאר ביסל בושה.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל