עסטרייך – פריש-אויפגעדעקטע דאקומענטן צייגט, אז דער דאקטער וועלכער ווערט קרעדיטירט פאר'ן אויפדעקן און אנטוויקלען פארשידענע דיאגנאזן פאר "עספערגער'ס סינדראם" – וועלכע איז א געוויסע סארט אוטיזם אין קינדער – איז בכלל נישט געווען אזא נאבעלער מאן, נאר איז געווען אקטיוו פארמישט אין א ברוטאלן פראגראם וואס די נאציס ימ"ש האבן אנגעפירט אין עסטרייך ביים צווייטן וועלט קריג צו דערמארדן דיסעיבלד און קראנקע פרויען און קינדער. דאקטער האנס עספערגער האט יארן לאנג געזאגט אז ער האט גאר באשיצט די פאציענטן וועלכע ער האט באהאנדלט, אז זיי זאלן נישט געכאפט ווערן דורך די נאציס, אבער די נייע דאקומענטן ווייזן קלאר אז זייער אפט פלעגט דאקטער עספערגער שיקן זיינע פאציענטן צום "שפיגלגרונד קליניק" אין וויען, וואו די נאציס האבן דורכגעפירט מעדיצינישע ברוטאלע עקספערימענטן און דערמארדעט קראנקע קינדער ה"י.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל