אין די היינטיגע פאליטישע קלימאט איז שווער צו טרעפן סיי וועלכע פאליטיקאנט וועלכע געניסט פון א ברייטע קאנצענזוס און אומפארטייאישע שטיצע, אבער ווי עס שיינט איז די יו.ען. אמבאסאדארקע ניקי העילי אן אויסנאם, און א לעצטע אנקעטע צייגט אז זי געניסט פון א צופרידנהייט ראטע פון ארום 63% פון אמעריקאנער וויילער.

העילי, א לאנגיעריגע רעפובליקאנער פאליטיקאנט וואס האט געדינט פארדעם אלס גאווערנער, האט זיך געשאפן א רעפוטאציע פון א שטייפע פרוי וועלכע פארטרעט אמעריקע אין די יו.ען. מיט א שטארקייט און טרעט אפט ארויס מיט שארפע רעדעס קעגן רוסלאנד און אנדערע פיינטליכע לענדער. הויפטזעכליך איז זי באקאנט מיט איר שטיצע פאר מדינת ישראל אין די קארידארן פון די יו.ען.

די אנקעטע צייגט אז זי געניסט פון די שטיצע פון 75% פון די רעפובליקאנער, 55% פון דעמאקראטן, און 63% פון זעלבסשטענדיגע וויילער. דאס איז מער ווי סיי וועלכע אנדערע פאליטישע פיגור אין אמעריקע, און קען זיין אז דאס וועט איר פירן צו באטראכטן א פרעזידעטליכע קאמפיין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל