אפגאניסטאן – א זעלבסטמערדער האט זיך נעכטן אויפגעריסן פארנט פון א וויילער רעגיסטראציע צענטער אין דער אפגאנער הויפטשטאט קאבול, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס 57 און פארוואונדענדיג 119 מענטשן, וועלכע האבן אלע אומשולדיג געווארט צו באקומען זייערע וויילער אידענטיפיקאציע קארטלעך.

די אייסיס טעראר גרופע איז באלד ארויסגעקומען און גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע, וואס איז די סאמע טויטליכסטע אייסיס-פארבינדעטע אינצידענט אין אפגאניסטאן ביז יעצט, און עס צייגט ווי אין דער צייט וואס אייסיס איז כמעט פארשוואונדן פון סיריע און איראק, רוקן זיי זיך מער און מער אריין אין אפגאניסטאן.

די אטאקע קומט אין א קריטישער צייט פאר'ן אפגאנער פרעזידענט אשראף גאני, וועלכער ארבעט שווער צו פארזיכערן אז פארלאמענט וואלן זאלן אפגעהאלטן ווערן היי יאר, נאכ'ן קומען אונטער דרוק פונעם פאלק און פון וועלט'ס לענדער, און א וויכטיגע טריט פאראויס צו די וואלן, איז וויילער רעגיסטראציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל