טעקסאס – טייל נעשאנעלד גארד זעלנער האבן שוין נעכטן אנגעהויבן אנצוקומען צום גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא, אנהייבנדיג אויסצופירן פרעזידענט טראמפ'ס פארארדענונג צו נוצן די מיליטער צו באשיצן דעם גרעניץ פון אומלעגאלע אימיגראציע. דער אנקום פון די נעשאנעל גארד זעלנער איז געקומען, נאכדעם וואס מ'האט געהערט מאנטאג פון די רעפובליקאנער גאווערנארס פון טעקסאס, אריזאנע און ניו מעקסיקא, אז זיי האבן קאלעקטיוו איינגעשטימט צו שיקן זעכצן הונדערט נעשאנעל גארד זעלנער, וואס דאס איז נאנט צו האלב פון די פיר טויזנט זעלנער וואס דער פענטאגאן וויל באקומען פון די סטעיטס. די איינציגסטע גרעניץ-סטעיט וועלכע האט דערווייל נאכנישט געשיקט קיין נעשאנעל גארד זעלנער, איז קאליפארניע, אונטער קאנטראל פון די ליבעראלע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל