אלס טייל פון א בודזשעט רעדוקציע, פלאנט די פעדעראלע רעגירונג אויפצוהערן באצאלן פאר שמעק הינט וואס זענען טרענירט אויפצוכאפן באמבעס און אויפרייס מאטעריאל אין סובוועיס און לופטפעלדער.

דאס איז טייל פון א ריי רעדוקציעס וואס וועלן אריינגעשטעלט ווערן אינעם פעדעראלן בודזשעט פונעם קומענדיגן יאר, 19'.

ביי א פרעסע קאנפערענץ אין פראנט פון דער פארנומענער 'פּען' סטאנציע אין מאנהעטן, האט סענאטאר שומער אראפגעריסן דעם פלאן, מיט דער טענה אז די שמעק הינט איז נישט קיין "לוקסוס" און קומט באוואכן ניו יארקער איינוואוינערס קעגן בייזוויליגע פלענער.

ווי עס איז, פארמאגט די שטאט דרייסיג אזעלכע הינט, וועלכע ווערן געניצט אין די שטאטישע לופטפעלדער און סובוועיס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל