טענעסי – נעכטן האבן די פאליציי באוויזן סוקסעספול צו ארעסטירן טרעוויס ריינקינג, דער יוגנטליכער פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי אין א נעשוויל, טענעסי רעסטוראנט זונטאג מיטאג מיט 4 פאטאליטעטן. ריינקינג'ס ארעסט איז געקומען 34 שעה נאך דער שיסעריי, אבער בלויז איין שעה נאכדעם וואס די פאליציי האט נעכטן אינדערפרי אויסגעזען האפענונגסלאז, זאגנדיג אז זיי האבן נישט קיין שום באווייז אדער שפורן איבער וואו ער געפונט זיך. דער דורכברוך איז געקומען ווען די פאליציי האבן באקומען א רוף אז עמיצער האט געזען א פארשוין מיט ריינקינג'ס אויסזען אריינגיין אין וואלד א מייל ווייט פונעם רעסטוראנט. נאכ'ן דורכנישטערן דעם וואלד, האבן די פאליציי געטראפן ריינקינג, און אים ארעסטירט אן קיין אינצידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל