וואשינגטאן – א רויטערס באריכט ברענגט ארויס, אז דער סופרים קאורט פלאגט זיך אין די לעצטערע וואכן צו קומען צו אורטיילן און באשלוסן אויף גאר וויכטיגע קעיסעס. דער געריכט באשטייט היינט צוטאגס פון פינף קאנסערוואטיווע ריכטער, אריינגערעכנט טראמפ'ס נאמינירטער ניעל גורסאטש, און 4 ליבעראל-גענויגטע ריכטער, און עס שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן שוועריגקייטן צו קומען צו א פארשטענדעניש און ארויסצוגעבן וויכטיגע אורטיילן. דער יעצטיגער טערמין פונעם סופרים קאורט האט זיך אנגעהויבן אין אקטאבער און וועט זיך ענדיגן אין יוני, און זיי האבן גאר וויכטיגע קעיסעס אויסצוהערן, אריינגערעכנט איבער'ן קאמף פון קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס און איבער די לעגאליטעט פון פרעזידענט טראמפ'ס טראוועל פארבאט, און דערווייל אינעם יעצטיגן טערמין האבן זיי ארויסגעגעבן בלויז 18 אורטיילן, פיל ווייניגער ווי געווענליך.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל