דענמארק – איינס פון די קאנספיראציע טעאריעס אז דער נאצישער רשע אדאלף היטלער ימ"ש האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט קריג, איז אין די יעצטיגע טעג גענצליך אפגעווארפן געווארן, ווען א נאצישער סובמארין איז אפגעפונען געווארן אין די טיפענישן פונעם ים נעבן דענמארק. די טעאריע האט לאנגע יארן געלויטעט, אז היטלער איז נישט באגאנגען זעלבסטמארד, נאר אנשטאט האבן ער און זיינע נאענטע זיך ארויפגעזעצט אויף דער "יו-3523" דייטשער סובמארין און אנטלאפן דורכ'ן ים קיין דרום אמעריקע, מעגליך קיין ארגענטינע. יעצט האט מען געפונען אט דעם סובמארין אין די ים טיפענישן נישט ווייט פון דענמארק'ס גרעניצן, און די טעאריע איז ווארשיינליך גענצליך בטל, אויסער אויב מ'וויל זאגן אז היטלער איז געשטארבן ווען דער סובמארין האט געזונקען אין ים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל