מיט באלד צען יאר נאך דעם וואס די פאראייניגטע שטאטן איז ארויסגעקראכן פון איינער פון די שווערסטע עקאנאמישע מצבים אין איר היסטאריע, האבן פערצן שטאטן דורכאויס פאריגן יאר באריכטעט רעקארד-נידעריגע ארבעטסלאזיגקייט ציפערן.

דורכאויס דעם עקאנאמישן קראך פון 08', האבן מיליאנען אמעריקאנער בירגער פארלוירן זייערע ארבעטס-ערטער און גאר א סך געשעפטן האבן באנקראטירט.

דער נידעריגסטער ציפער איז געווען אין האוואאי, וואו די ארבעטסלאזיגקייט ראטע שטייט ביי 2.1 פראצענט. קאלאראדא, וואו אין 10' האט 8.9 פראצענט פון דער באפעלקערונג נישט געהאט קיין ארבעט, האט פאראיאר באריכטעט אן ארבעטסלאזיגקייט ראטע פון 2.6 פראצענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל