מאנהעטן – א שווערער גאס רעגן, וועלכע האט געברענגט פארפלייצונג ווארענונגען לענגאויס ניו יארק סטעיט, האט באזונדער שווער אפעקטירט די פארנומענע טיילן פון ניו יארק סיטי, ווען דער שטאטישער סאבוועי סיסטעם איז פארפלייצט געווארן מיט עטליכע אינטשעס רעגן. צענטראל פארק האט שוין געהאט באקומען 3.28 אינטשעס רעגן נעכטן מיטאג, בעת מער רעגן איז געווען פאראויסגעזאגט, און די פארפלייצונגען אין טייל סאבוועי סטאנציעס האט געפירט צו פארשפעטיגונגען און פאראליזירטע באנען. אויך האט מען געקענט זען אויף עטליכע שאסייען וויאזוי קארס פלאגן זיך צו פארן אין עטליכע אינטשעס רעגן, אבער ב"ה אז מ'האט נישט געהערט פון קיין פאטאליטעטן אדער ערנסטע שאדנס אלס רעזולטאט פונעם זעלטן-שטארקן רעגן שטורעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל