ניו יארק – פאליציי אין ניו יארק סיטי האבן געהאט אן ערנסטן פאל פון "פעיק ניוז", ווען איינוואוינער אין הארלעם האבן אלארמירט די פאליציי, אז זיי האבן געזען א טיגער זיך דרייען אין גאס. דער אינצידענט האט פאסירט פארלאפענעם דאנערשטאג אינדערפרי, און די נייעס אז א טיגער דרייט זיך אין די גאסן האט זיך שנעל פארשפרייט צווישן די איינוואוינער, שאפנדיג אן אומבאשרייבליכן פאניק. די פאליציי זענען אראפגעקומען, געזוכט פאר א לענגערע צייט, און האבן שפעטער באשטעטיגט אז זיי האבן בכלל נישט געטראפן קיין טיגער. עס האט זיך נאכדעם ארויסגעשטעלט, אז דאס באשעפעניש וואס די איינוואוינער האבן געמיינט אז ס׳איז א טיגער, איז געווען א פשוטער רעקון.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל